ברוכים הבאים אין שװעדישן אװיאציע מוזײ!

דער שװעדישער אװיאציע מוזײ איז א מאדערנער טעכנישער און קולטורעלער היסטארישער מוזײ װאס פארשט אױס די אנטװיקלונג פון די שװעדישע מיליטערישע אװיאציע. דער מוזײ האט אן אוניקאלע זאמלונג פון עראפלאנען, פון פיאנירן פונעם אנהײב 20טן יארהונדערט ביז דעם הײנטצײטיגן JAS 39 Gripen.

אױסער די אױסשטעלונגען דא אונטן האבן מיר צװײ צי דרײ צײטװײליגע אױסשטעלונגען א יאר. אױך האבן מיר אקטיװע און לעבעדיגע פראגראם אקטיװיטעטן דאס גאנצע יאר און עקסקורסיעס פאר גרופעס אין עטליכע שפראכן.

רעסטאראן Calle C סערװירט קאװע און מיטאג װאס װערט געמאכט פון ארטיגע פראדוקטן. אין זומער קען מען זיצן אינדרױסן לעבן דעם Leklanda שפיל פלאץ, פאר אונזערע אינגערע געסט װאס דארפן פארברענען די ענערגיע.

דער מוזײ קראם האט אריגינעלע מתנות, דעזײנער ארטיקלען, שפילצײג, אװיאציע ליטעראטור און עראפלאן מאדעלן. אױב איר האט ליב צו לײענען און װיל מער לערנען ביטע באזוכט אונזער קענטעניס צענטער מיט ארכיװן און א ספעציעלע ביבליאטעק געװידמעט די געשיכטע פון אװיאציע.

שעות

סעפטעמבער – מײ:
דינסטאג – זונטאג׃ 11.00-17.00
מיטװאך׃ 11.00-20.00
מאנטאג פארמאכט

יוני – אױגוסט:
דינסטאג – זונטאג׃ 11.00-17.00
מיטװאך׃ 11.00-20.00

פרײזן

פרײ פון אפצאל

רעזערװירונגען דורכ'ן טעלעפאן

רעזערװירונגען דורכ'ן טעלעפאן פאר באזוכן פון גרױסע גרופעס
מאנטאג – פרײטאג׃ 9.30-11.00
טעלעפאן׃ +46 (0)13-495 97 14

אנװײזונגען

דער שװעדישער אװיאציע מוזײ געפינט זיך אױף Carl Cederströms Gata 2 אין Malmslätt, אן ערך 7 קם צום מערב פון צענטער פון Linköping. נעמט ארױסגאנג 111 פון E4.

אױטאבוס נומער 13 פון Linköping Resecentrum (רײזע צענטער)

מיר האבן א גרױס אױטא פארקיר פלאץ פרײ פון אפצאל

אקטן פון געהײמקײט – דער DC-3 װאס איז פארשװאונדן געװארן

דער אמת'ער אוצר אין די קאלעקציעס פונעם שװעדישן אװיאציע מוזײ איז דער שװעדישער DC-3 װאס איז אראפגעשאסן געװארן דורך א סאװעטישן יעגער־עראפלאן איבער דעם באלטישן ים אין 1952. נאך מער װי פופציג יאר פון ספעקולאציע איז די ברעך געפונען געװארן אױפ'ן ים גרונט, אפגעראטעװעט און געלײגט צו רו אין מוזײ. די אױסשטעלונג אקטן פון געהײמקײט – דער DC-3 װאס איז פארשװאונדן געװארן איז א מעשה אנגעפילט מיט סודות.

ערװארטנדיג די ערגסטע – שװעדן בעת די קאלטע מלחמה

די פערמאנענטע אױסשטעלונג, ערװארטנדיג די ערגסטע – שװעדן בעת די קאלטע מלחמה, דערצײלט װיאזױ שװעדן האט זיך צוגעגרײט צו א מלחמה װאס האט זיך קײן מאל נישט אנגעהױבן, אבער װאס די װעלט האט ערװארטעט און זיך צוגעגרײט דערצו, במשך מער פון פיר צענדליג יאר. עס איז אן אױסשטעלונג איבער אטאמישע באמבע פראגראמען, מורא פאר די רוסן און געיעגן נאך סובמארינעס, אבער אױך איבער זיכערהײט און װאױלזײן. די װאס זענען נאסטאלגיש קענען באזוכן אונזערע אױטענטיש־אױסגעשטעלטע הײמען און איבערלעבן די פופציגע, זעכציגע, זיבעציגע און אכציגע יארן.

שװעדישע מיליטערישע אװיאציע – פון פיאנירן צו א מצב פון גרײטקײט

די אױסשטעלונג איבער די געשיכטע פון שװעדישע מיליטערישע אװיאציע במשך די ערשטע העלפט פונעם 20טן יארהונדערט שליסט ארײן די עלטסטע עראפלאנען פונעם שװעדישן אװיאציע מוזײ, װי Ö 1 Tummelisa און M 1 Nieuport IV-G. פאר יעדן פעריאד װערט צוגעשטעלט א הינטערגרונט פונעם אלגעמײנעם מצב אין שװעדן און די װעלט, דעם כאראקטער פון די דראונג און װיאזױ די שװעדישע פארטײדיגונג פאליטיק און פארטײדיגונג אינדוסטריע האבן זיך אפגערופן אױף יענע דראונג.

די פלי לאב – אװיאציע װיסנשאפט צענטער

דער שװעדישער אװיאציע מוזײ איז א פלאץ װאו קענטעניס און שפיל פאראײניגן זיך אױף א נאטירליכן אופן. די פלי לאב, דער מוזײ'ס װיסנשאפט צענטער, האט פלי סימולאטארן און עקספערימענטאציע סטאנציעס מיט אװיאציע טעמאטיק. װאס פאסירט אינעם לופט קאנטראל טורעם און װיאזױ פילט עס זיך צו זײן אינעם אױג פון א שטורעם? פארשט אױס, גיט עס א פרואװ און פארװײלט! עס איז דא א סאך צו טאן און אנטדעקן פאר די גאנצע משפחה.

צײטװײליגע אױסשטעלונגען 

דער שװעדישער אװיאציע מוזײ האלט צװײ אדער דרײ נײע צײטװײליגע אױסשטעלונגען יעדעס יאר.  זײ קענען זײן געװידמעט די געשיכטע פון טעכנאלאגיע, קונסט אדער סאציאלע קולטור.

ברוכים הבאים!